כּדי זיך אײַנצושרײַבן אויף די לעקציעס דאַרף מען זײַן אַ מיטגליד פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער אויפֿן יאָר 2025 / 2025.
די לעקציעס־פּראָגראַם 2025 / 2026 איז געווידמעט דעם אָנדענק פֿון פֿייגע מאַטוסאָף (1887 – 1978) און שמואל פּעווסנער (1885 – 1973).
"לעקציעס 2024 / 2025"אָנהייבערס
מאָנטיק 2:00 – 3:30 אַז׳ נאָך מיטאָג פּאַריזער צײַט
אויפֿן אָרט
מאַלענאַ כינסקי
דער קורס הייבט זיך אָן מאָנטיק דעם 15טן סעפּטעמבער 2025
מיטוואָך 7:00 – 8:30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט
אויפֿן אָרט
קלאַריס בראָסאַר
דער קורס הייבט זיך אָן מיטוואָך דעם 17טן סעפּטעמבער 2025
זונטיק 7:00 – 8:30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט
אויף זום
אַני כּהן
דער קורס הייבט זיך אָן זונטיק דעם 28סטן סעפּטעמבער 2025. אַלע דאַטעס געפֿינען זיך דאָ
ניוואָ 2
דינסטיק 7:00 – 8:30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט
אויפֿן אָרט
מאַלענאַ כינסקי
דער קורס הייבט זיך אָן דינסטיק דעם 16טן סעפּטעמבער 2025
מיטוואָך 7:00 – 8:30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט
אויף זום
עטל ניבאָרסקי
דער קורס הייבט זיך אָן מיטוואָך דעם 17טן סעפּטעמבער 2025
דאָנערשטיק 2:00 – 3:30 אַז׳ נאָך מיטאָג פּאַריזער צײַט
אויפֿן אָרט
מאַלענאַ כינסקי
דער קורס הייבט זיך אָן דאָנערשטיק דעם 18 סעפּטעמבער 2025
ניוואָ 3
מאָנטיק 7:00 – 8:30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)*
נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד
די צײַט אינעם ייִדישן לעבן
יום־טובֿים, שבת און די וואָך, די צײַטן פֿון יאָר אינעם פֿאָלקלאָר און ליטעראַטור
דער קורס הייבט זיך אָן מאָנטיק דעם 15 סעפּטעמבער 2025
דינסטיק 7:00 – 8:30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט
אויף זום
עטל ניבאָרסקי
אַרבעט איבער פּשוטע ליטעראַרישע טעקסטן
דער קורס הייבט זיך אָן דינסטיק דעם 16טן סעפּטעמבער 2025
מיטוואָך 2:00 – 3:30 אַז׳ נאָך מיטאָג פּאַריזער צײַט
אויפֿן אָרט
מאַלענאַ כינסקי און נאַטאַליע קריניצקאַ
אַרבעט איבער פּשוטע ליטעראַרישע טעקסטן
דער קורס הייבט זיך אָן מיטוואָך דעם 17טן סעפּטעמבער 2025
ניוואָ 4
דינסטיק 2:00 – 3:30 אַז׳ נאָך מיטאָג פּאַריזער צײַט
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)*
שרון בר־כּוכבֿא
לייענען האַנטגעשריבענע דאָקומענטן
מיר וועלן זיך לערנען ווי אַזוי צו דעשיפֿרירן פֿאַרשיידענע מינים האַנטשריפֿט (בריוו, פֿאָטאָגראַפֿיעס, דאָקומענטן)
דער קורס הייבט זיך אָן דינסטיק דעם 16טן סעפּטעמבער 2025
דינסטיק 7:00 – 8:30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט
אויף זום
קאַראָלינאַ שימאַניאַק
רײַזע־אײַנדרוקן
מיר וועלן לייענען רײַזע־באַריכטן פֿון פֿאַרשיידענע שרײַבער
דער קורס הייבט זיך אָן דינסטיק דעם 16טן סעפּטעמבער 2025
מיטוואָך 7:00 – 8:30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)*
נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד
אַבֿרהם רייזענס וועלט
מיר וועלן לייענען אַבֿרהם רייזענס ווערק באַטראַכטנדיק זײַנע טעמעס און סטיל
דער קורס הייבט זיך אָן מיטוואָך דעם 17טן סעפּטעמבער 2025
ווײַטהאַלטערס
מאָנטיק 7:00 – 8:30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)*
שרון בר־כּוכבֿא
יוסף אָפּאַטאָשוס היסטאָרישע ראָמאַנען
מיר וועלן לייענען די ראָמאַנען און זיי שטעלן אינעם היסטאָרישן קאָנטעקסט.
דער קורס הייבט זיך אָן מאָנטיק דעם 15טן סעפּטעמבער 2025
דינסטיק 7:00 – 8:30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)*
אַרנאָ ביקאַר
יצחק באַשעוויסעס ווערק וואָס זענען קיין מאָל ניט דערשינען אין בוכפֿאָרעם
מיר וועלן אַנאַליזירן באַשעוויסעס ווערק וואָס זענען ביז איצט נאָר דערשינען אין דער פּרעסע.
דער קורס הייבט זיך אָן דינסטיק דעם 16טן סעפּטעמבער 2025
מיטוואָך 7:00 – 8:30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט
אויף זום
נאַטאַליע קריניצקאַ
טבֿיהס גילגולים
מיר וועלן פֿאַרגלײַכן דעם באַרימטן ציקל דערציילונגען „טבֿיה דער מילכיקער“ מיט שלום־עליכמס פּיעסע און דעם פֿילם פֿון מאָריס שוואַרץ
דער קורס הייבט זיך אָן מיטוואָך דעם 17טן סעפּטעמבער 2025
דאָנערשטיק 2:00 – 3:30 אַז׳ נאָך מיטאָג פּאַריזער צײַט
אויפֿן אָרט
רובי מאָנעט
וואַרשע, בראָנקס, פּאַריז און אַנדערע ייִדישע שטעטלעך
מיר וועלן באַטראַכטן דאָס בילד פֿון עטלעכע ייִדישע שטעט און שטעטלעך בײַ פֿאַרשיידענע שרײַבער.
דער קורס הייבט זיך אָן דאָנערשטיק דעם 18טן סעפּטעמבער 2025
דאָנערשטיק 5:00 – 6:30 אַז׳ נאָך מיטאָג פּאַריזער צײַט
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)*
אפֿרים כּהן
1טער זמן : מישנה
די זעקס טיילן מישנה זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן אויף לשון־קודש. אין די 1940ער יאָרן האָט אַ קאַנאַדער תּלמיד־חכם און פֿאָרשער, שׂימחה פּיעטרושקאַ, איבערגעזעצט און מפֿרש געווען די גאַנצע מישנה אויף ייִדיש. אויף די לעקציעס וועלן מיר לייענען טיילן דערפֿון, דערמאָנענדיק דעם היסטאָרישן קאָנטעקסט.
2טער זמן : פּיוטים
פּאָעזיע באַגלייט דאָס ייִדישע לעבן זינט די עלטסטע צײַטן. מיטן באַוויזן זיך פֿון סידורים און מחזורים מיט ייִדיש־טײַטש זענען אַ סך אַלטע פּיוטים (ליטורגישע פּאָעטישע שאַפֿונגען אויף העברעיִש) פֿאַרטײַטשט און דערקלערט געוואָרן אויף דער פֿאָלקסשפּראַך. דער דאָזיקער קורס וועט אַרײַנפֿירן אין דער פיוטים־וועלט דורך פֿאַרשיידענע איבערזעצונגען אויף ייִדיש.
דער קורס הייבט זיך אָן דאָנערשטיק דעם 18טן סעפּטעמבער 2025
איבערזעצונג־וואַרשטאַט
דינסטיק 4:00 – 5:30 אַז׳ נאָך מיטאָג פּאַריזער צײַט
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)*
אַרנאָ ביקאַר
אליעזר שטיינבאַרגס מעשׂיות און משלים
דער דאָזיקער וואַרשטאַט, וואָס איז געגרינדט געוואָרן דורך בתיה בוים, וועט זיך הײַיאָר אָפּגעבן מיט אליזער שטיינבאַרגס משלים. די אָנטייל־נעמער וועלן אַנטדעקן זײַן ווערק און זיך פֿאַרטיפֿן אין זײַן ספּעציפֿישן סטיל.
דער קורס הייבט זיך אָן דינסטיק דעם 16טן סעפּטעמבער 2025
* די היברידע לעקציעס קומען פֿאָר גלײַכצײַטיק אויפֿן אָרט און אויף זום. פֿאַר די אָנטייל־נעמער אויף זום קען דער קלאַנג אין דעם דאָזיקן פֿאָרמאַט זײַן ניט אין גאַנצן קלאָר.
ייִדיש אויף דער צונג
דאָנערשטיק 2:30 – 4.00 אַז׳ נאָך מיטאָג פּאַריזער צײַט
אויפֿן אָרט
2 לעקציעס אַ טרימעסטער. אײַנשרײַבונג אויף יעדער לעקציע אויף דער וועבזײַט
programme.yiddish.paris
שמועס־לעקציע אָנגעפֿירט דורך רעזשין נעבעל און פֿאַרשיידענע לערער.
די לעקציעס הייבן זיך אָן מאָנטיק דעם 15טן סעפּטעמבער 2025
אויב איר שרײַבט זיך אײַן פֿאַרן 31סטן יולי 2025, וועט איר קריגן אַ הנחה פֿון 5 פּראָצענט ! ניצט דעם קאָד SHOYN בײַם אײַנשרײַבן זיך.
שׂכר־לימוד
30 לעקציעס פֿון אָנהייבער ביז אַוואַנסירטע : 410 אייראָס
כּדי זיך אײַנצושרײַבן אויף די לעקציעס דאַרף מען זײַן אַ מיטגליד פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער אויפֿן יאָר 2026/2025.
ווען איר וועט האַלטן בײַם באַצאָלן, וועט אײַך « העלאָאַסאָ » פֿאָרלייגן אַ צוגאָב־צושטײַער פֿאַרן קיום פֿון דער דאָזיקער פּלאַטפֿאָרמע. דאָס איז אָפּציאָנעל : איר קענט בײַטן די סומע אָדער אַנולירן דעם צושטײַער מיטן קנעפּל « Modifier ».
[email protected]
אויב איר קענט ניט באַצאָלן דעם גאַנצן שׂכר־לימוד צוליב פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען, קענט איר בעטן אַ סטיפּענדיע :
[email protected]
דאָ קענט איר אַראָפּלאָדן די דאַטעס פֿון די לעקציעס.
די לעקציעס אויפֿן אָרט קומען פֿאָר אין :
Maison de la culture yiddish – Bibliothèque Medem
29, rue du Château-d’Eau
75010 Paris
Tél : + 33 (0)1 47 00 14 00